מוטער שפראך לערנען
אויב אייער קינד רעדט אדער האט א פארבינדונג מיט א נאציאנאלע מינאריטעט שפראך (פיניש, מיענקיעליש, סעמיש, אידיש און ראמאניש שיב), זאל ער אדער זי באקומען די געלעגנהייט צו אנטוויקלען און אנהאלטן זיין אדער איר שפראך און קולטוראלע אידענטיטעט ביי פרי-סקול.
די סיטי פון סטאקהאלם איז אן אדמיניסטראטיווע געגנט פאר פיניש, מיענקיעליש און סעמיש. דאס מיינט אז קינדער וועלכע האבן א פארבינדונג מיט איינע פון די מינאריטעט שפראכן זענען בארעכטיגט צו האבן א פרי-סקול וואו אלע אדער א גרויסע טייל פון די עדיוקעישאן איז אין פיניש, מיענקיעליש אדער סעמיש, אפגעזען פון אויב די שפראכן ווערן גערעדט ביי אייך אינדערהיים אדער נישט
אייער אפליקאציע
אויב איר ווילט א פרי-סקול אין פיניש, מיענקיעליש אדער סימיש, שרייבט דאס אריין אונטער נאציאנאלע מינאריטעט שפראך אויף אייער אפליקאציע. פאר די מינאריטעט שפראכן אידיש אדער ראמיניש שיב, זאלט איר אנשטאטס דעם שרייבן די שפראכן אלס מוטער שפראך אין אייער אפליקאציע צו די פרי-סקול. די אויסוואלן קענען געמאכט ווערן ווען אייער קינד איז אין די רייע פאר אדער האט שוין א פלאץ אין א פרי-סקול.
די שוועדישע נאציאנאלע אגענטור פאר עדיוקעישאן'ס וועבזייטל פארמאגט די פרי-סקול קוריקולום (Lpfö 18) איבערגעזעצט אין די מינאריטעט שפראכן.